ברוכים הבאים ל"לִימוּד
"כְּלָלֵי֙ טַעֲמֵ֣י הַמִּקְרָ֔א
לימוד כללי טעמי המקרא - אידיש
איז די בעסטע פלאץ צו לערנען ליינען מיט טראפ אויף אידיש, פאר אלע עלטער, פון קליין ביז גרויס.
מ'קען שוין היינט אנפאנגען צו לערנען ליינען די מגילה מיט טראפ.
דאס וועב זייטל איז גאנץ ניי, בעזרת השם מיט די צייט וועט מען זיך קענען אויס לערנען צו ליינען די תורה מיט די הפטורה און די מגילות מיט טראפ.
די געדאנק איז אז יעדער זאל זיך קענען אויס לערנען פון גארנישט ביז אלעס, יעדער איינער לויט זיין שנעלקייט מיט זיין טיפקייט.
ביז דערווייל קען מען זיך שוין אנפאנגען לערנען ווי אזוי צו ליינען מגילת אסתר, אינטער לימודים דארט וועט אויך ווערן ארויף געליייגט די פרשת השבוע.
מבוא לתפקיד הטעמים
מבוא לקריאה
אויף יעדע זאך פון די דריי וועט זיין קארצע קליפס וואס וועט מסביר זיין יעדע איינס פון זיי
לאמיר אנפאנגען פון אנפאנג
צו קענען ליינען דארף מען דריי זאכן,
-
די ערשטע איז אותיות, וואס דאס זאגט וועלכע קול ארויס צו זאגן פון מול, אין לשון קודש איז דא כ"ב (22) אותיות פון 'א' ביז 'ת'.
-
די צווייטע איז נקודות דאס זאגט אינז ווי אזוי ארויס צו זאגן די אותיות, אין לשון קודש איז דא סימנים.
-
די דריטע איז טראפ וואס ווייסט אונז וויאזוי ארויס צוזאגן די ווארט און אויך וויאזוי צו זעצן די וערטער אין א פסוק.